IN YIDDISH, FUN BEIS LEYVIK, MIT DANIEL GALAY – אין דעם היינטיקן פראגראם דערציילן מיר וועגן א געלונגענעם סופוואך וואס איז פארגעקומען אין נווה שלום, אין ישראל.
דריי דורות האבן צוזאמענגעבראכט, זיך געלערנט יידיש, גענאסן פון א קינסטלערישן אוונט און א קלאס יאגא אויף יידיש.
ס’ווערט אינטערוויוירט פרוי העלען שריד (סאַריד) וועלכע דערציילט וועגן איר פאטער, דעם זשורנאליסט ש.ל.שניידערמאן ז”ל און זיינע באריכטן פון בארצעלאנא, בשעת דעם שפאנישן בירגערקריג. צום סוף צוויי רירנדיקע לידער פונעם קאנאדער פאעט פרץ מיראנסקי.