A Yiddish Teater-Konferents in Leyvik Hoyz

IN YIDDISH, FUN BEIS LEYVIK, MIT DANIEL GALAY – דעם 23סטן יאנואר 2018 איז אין לייוויק-הויז פארגעקומען די יערלעכע קאנפערענץ, דאס מאל געווידמעט יידיש-טעאטער און מולטי-קולטוראליזם. ס’האט באגריסט אירווין קאטלער, געוועזענער יוסטיץ-מיניסטער פון קאנאדע, און אין דער ארגאניזיר-קאמיסיע זענען געווען רוני כהן, פראפ. גלעד צוקערמאן און דניאל גלאי. די פארשיידענע סעסיעס האבן באהאנדלט די דאקומענטאציע פון יידיש-טעאטער, ספעציפישע טעאטער- פראדוקציעס און היינטצייטיקע דראמאטורגיע.

Scroll al inicio