IN YIDDISH, FUN BEIS LEYVIK, MIT DANIEL GALAY – רודי ראזענפעלד, פון רומעניש יידישן מלוכה-טעאטער דערציילט וועגן זיין קאריערע אויף דער יידישער בינע, זיין באטייליקונג אין דער טעאטער-סטודיע וואס האט אויסגעשולט די גרעסטע יידישע סטארן ביזן היינטיקן מצב ווען די אקטיארן זענען ליידער ניט קיין יידיש רעדנערס. דער היייאריקער טעאטער-פעסטיוואל האט אים פארשאפט גרויס נחת.